אין יאָר 2016 האָט דער ליטעראַטור־פאָרשער דזשאָרדאַן פינקין (Jordan Finkin) פאַרעפנטלעכט אויפסנײַ די פּאָעמע – Evigingo פון דעם פריפאַרשניטענעם ווילנער יידישן אַוואַנגאַרדיסטישן דיכטער לייזער וואָלף (1910- 1943) וועלכע דער מחדה האָט אַרויסגעגעבן מיט לאַטיינישע אותיות אין 1936 – און צו וועלכער פינקין אַכציק יאָר שפּעטער האָט צוגעגבן זײַן איבערזעצונג אויף ענגליש אין דעם הײַנט שוין ברייט באַקאַנטן ענגליש־שפּראַכיקן אינטערנעט־זשורנאַל פאַר יידיש־יידישער ליטעראַטור און קולטורגעשיכטע – אין געוועב.
איבערגעשריבענערהייט מיט יידישע אותיות איז די פּאָעמע אַרויס אין 2006 אינעם דריטן באַנד פון דעם אַמאָליקן ישראלדיקן זשורנאַל פאַר יידיש־פאָרשונג אויף עבריתּ – "חוליות". דאָרט אויך אין דער איבערזעצונג אויף העברעאיש (אַפּנים געמאַכט פון דעם פאָרשער און רעדאַקטאָר פונעם זשורנאל שלום לוריא ע"ה).
טעמאַטיש, שפּראכלעך און אפילו גראַפיש (לאַטיינישע אותיות) איז די פּאָעמע גאַנץ
נישקשהדיק עקזאָטיש.
לייענט, פאָרשט און דער עיקר האָט הנאה!
No comments:
Post a Comment